י"ט אדר ב' התשפ"ד
29.03.2024
טובים השניים

כשאמני הרגש ביצעו את הלחן של ליפא • צפו

בחתונה שהתקיימה בימים האחרונים, הופיעו אמני הרגש אברום מרדכי שוורץ ולוי פאלקאוויטש, השניים ביצעו את היצירה "א ערליכע ברכה' שהלחין וכתב ליפא שמלצר ומבצע מיכאל שניצלר באלבומו 'יידן דערציילן' • את הביצוע מלווים, אמן הקלידים אברומי ברקו ותזמורתו ומקהלת 'שירה' • צפו בביצוע הסוחף 

כשאמני הרגש ביצעו את הלחן של ליפא • צפו
אברהם מרדכי שוורץ & לוי פולקוביץ צילום: צילומסך

מילים:

אינעם קרעטשמע אויפן באנק
שלאפט א שיכּור דארט
אַן אנדערער מיט א געטראנק
זויפט פון יעדן סארט
איוואן, אלעקס, וולאדימיר
דער באלעבוס זאגט נאדיר דיר
נעמט אריין א גלעזעלע וויין

און ביים טיר זעט זיך אָן
א אידעלע פּלוצלינג
איך בין זייער דורשטעריג
און איך דארף א טרינק
וויין, ברוינפן אדער ביר
אפשר ליקער גיב’זשע מיר
אין מויל עפּעס צו נעמען אריין

דער באלעבוס זאגט איין מינוט
איך ברענג דיר שוין
מאך נאר גרייט דאס געלט פאר מיר
אפּצאלן דעם לוין
ער לייגט אראפּ זיין טאשקע
ער גייט יעצט טרינקען משקה
זעצט זיך און ער גרייט זיך אָן א שטרוי

דער באלעבוס ברענגט די ביר
ער איז גארנישט פויל
דער איד מאכט נישט קיין ברכה
נעמט עס גלייך אין מויל
איינער געט אים א דערמאן
מיט א ברכה וואס וועט זיין
ער כיפּערט שנעל, שהכול נהיה בדברו

און פון דער ווייט
דער צדיק אין א זייט
ער זעט וואס דא איז געווען
ער גייט דארט אהין
און פרעגט, וואס האסטו געטון
צי ווייסטו וואס יעצט איז געשען

דו האסט גענומען א אידישע נשמה
וואס בעט זיין תיקון און וואַרט אויף זיין נחמה
דו האסט זיין תיקון פאר אים יעצט פארשטעלט
מוז נאכאמאל קומען אויף דער וועלט
דער אור המאיר, דער הייליגער רבי’ן
זאגט צום איד, איך וויל מיט דיר רעדן
דו האסט דאך אזוי געדורשט נעבעך
א מוסר שמועס דיר געב’עך

ּדי נשמה ליידט דא אפּ
ּווען ער קומט אראפּ
מגולגל ווערט ער אויף דער וועלט
מיט פיל מורא
אין א שעורה
א גערשטעלע פארווארפן אין פעלד

ער בעט אז גוים זאלן אים נישט נעמען
ער וויל נישט נאכאמאל האבן די פּראבלעמען
ווייל אויב מ’מאכט נישט אויף אים א ברכה ערליך
מוז ער דאך ליידן געפערליך
ער ווארט צו קומען אין א אידישע משפּחה
וואו מ’וועט מאכן דארט א ערליכע ברכה
ער וועט זיין תיקון געפונען דא אין פריידן
דערנאך ארויפגיין אין גן-עדן

ווען פּלוצלינג קומט א אידעלע
און נעמט אים אין זיין האנט
צוזאמען מיט נאך גערשטעלעך
בינדט ער צאם א באנד
די נשמה פריידט זיך
צו זיך אליין ער שרייט זיך
אין גן-עדן גיי איך שוין אהיים

מ’נעמט אים אינעם קרעטשמע
ער זעט שיכורים זיצן
ער וויינט און שרייט און בעט
זיי זאלן אים נישט ניצן
ער זוכט דארט אויף א ברודערלע
וואו זעט מען דא א אידעלע
זאל זאגן ברוך אתה השם

מ’עפענט אויף דעם גערשטעלע
מ’נעמט אים דארט אפיר
מ’לייגט אים יעצט אריין
אין פיינע פרישע ביר
ער ווארט דארט אומגעדולדיג
וואס בין איך דען שולדיג
אויב די ברכה מ’זאגט נישט ערליך

דו ביסט אנגעקומען
בעטן א געטראנק
די נשמה פריידט זיך
ס’וועט נישט דויערן לאנג
פון דער וועלט געזעגענט זיך
נאכדעם ער באגעגענט דיך
מאכסטו אים אזוי שווערליך

א ברכה אפּגעכאפּט
אים אזוי צוקלאפּט
ער מוז יעצט אלעס איבערגיין
יסורים געהאט
געווען פארווארפן ווייט
צי הערסטו נישט זיין געוויין

מיט דיין ברכה אויפטון האסטו געקענט
דו האסט געהאט א נשמה’לע אין דיינע הענט
ער האט געוואנדערט אזא וועג א לאנגער
זיין תיקון איז יעצט פארגאנגען
דו האסט נישט מורא פון זיין קפּידה
עס קען גאר זיין דיין טאטע אדער זיידע
עס קען אויך זיין גאר א נאנטער קרוב
וועם דו האסט יעצט געמאכט חרוב

דער איד שרייט ארויס
איך האלט עס מער נישט אויס
איך מיין ס’איז מיין טאטע אליין

אוי אוי ווי ביטער איז אים יעצט געווען
ווען מיין טאטע האט מיך אזוי געזען
עס איז דאך היינט מיין טאטענ’ס יארצייט
צי האב איך יעצט חלילה אים געשאדט
אוי הייליגער רבי, איך גיב אייך מיין הבטחה
נאר צו מאכן א הויך ערליך ברכה
יעדעס ווארט קלאר ארויסדריקן
איך האף ס’וועט זיין מיין טאטענ’ס תיקון
יא עס וועט זיין דיין טאטע’ס תיקון
איך האף ס’וועט זיין מיין טאטענ’ס תיקון
יא עס וועט זיין דיין טאטע’ס תיקון

אברהם מרדכי שוורץ לוי פלקוביץ מקהלת שירה ליפא שמלצר מיכאל שניצלער

art

'בחדרי' גם ברשתות החברתיות - הצטרפו!

הוספת תגובה

לכתבה זו טרם התפרסמו תגובות

תגובות

הוסיפו תגובה
{{ comment.number }}.
{{ comment.message }}
{{ comment.date_parsed }}
הגב לתגובה זו
{{ reply.date_parsed }}
טען עוד