1. עמוד הבית
  2. מוזיקה
  3. מוזיקה

צפו: מקהלת 'לב' מבצעת את שירו של מרדכי בן דוד

באירוע שהתקיים בימים אלה - ימי ספירת העומר, ביצעה מקהלת 'לב' האמריקאית את "מודים", לחנו של גדול הזמר ליפא שמלצר, המבוצע במקור על ידי גדול הזמר מרדכי בן דוד באלבומו 'כולם אהובים' • הסולן בביצוע, הינו הזמר וואלווי רוזנברג • צפו

אליעזר חסיד , ט' אייר תשע"ט 14/05/2019 10:34

"וויפיל גוטס דו טוסט" מקהלת לב מקהלת לב צילום: מתוך הקליפ

מילים:

אינדערפרי, גייט ער צו
נאכן דאווענען מיט א ברען
צו זיין רבּי’ן דער חפץ חיים אפשר ענטפערן ער קען
יעדעס וואָרט, זאג איך פארט
מיט כּוונה און מיט געפיל
אבער לאנג נאך מיין שמונה עשרה, ס’וואַרט נאך אלץ דער גאנצער שול
איך באטראכט, זיין פּנים לייכט
דער ראש ישיבה גאר לאנג ער ציט
מסתּם שוועבט ער דארט זייער הויך, אין די הימל’ען ווייט ער פליט
כ’קלער אריין, ס’מוז דאך זיין
גרויסע שמות הויך אָן א שיעור
וואס עס פעלט מיר נאך אין כּוונות, בעט איך, רבּי לערנט מיר
אוי מיין טייער ליבּער קינד, דו לעבסט אין א טעות
איך טראכט נאר דעם פּשוט’ן טייטש, א יעדע בּרכה איז א גאנצע וועלט
ווען איך קום אבער צו צום בּרכה פון די הודאות
זאג איך מודים, מיין הארץ ווערט אפּגעשטעלט
וויאזוי קען איך אים דאנקן גענוג אויף אלע חסדים
וויפיל גוטס ער טוט און טוט מיט מיר א יעדן טאג נאך און נאך
אויף זיין חוט של חסד זיין גרויסער געטליכע פאָדעם
אויף יעדן אָטעם זאג איך מודים אנחנו לך
אוי מען מאכט מיט, ס’איז אבער אלעס גוט
עס ליגן חסדים אין יעדע בשורה
און אפילו ווען ס’גייט אונז שווערליך, אויך בּצר הרחבתּ לי
כּל שׁכּן, דארף מען זען
ווען דאס לעבן גייט יא כּשׁורה
צו באדאנקן דעם ליבן טאטן פון טיפן הארצן מודה אני
אוי מיין ליבער פאטער, יא דו געבסט אונז השׁפּעות
יעדע איד איז א בּן יחיד, יעדע קינד איז א גאנצע וועלט
מיט לויב און דאנק צו דיר די קל ההודאות
זאג איך מודים, מיין הארץ ווערט אפּגעשטעלט
ווייל וואו הייב איך אָן זאגן א שבח פאר אלע חסדים
וויפיל גוטס דו טוסט און טוסט מיט מיר א יעדן טאג נאך און נאך
אויף דיין חוט של חסד, דיין גרויסער געטליכער פאָדעם
אויף יעדן אָטעם זאג איך מודים אנחנו

 






הוסף תגובה

תגובות

אין לשלוח תגובה הכוללות דברי הסתה, דיבה וסגנון החורג מהטעם הטוב.